אין די פארגאנגענע מאנאטן האט די ווילעדזש אריינגעלייגט פילע ארבעט נאך יעדע וואסער מעין ברעיק, נאכצוגיין און צו פארבעסערן שטאפלווייז די וואסער סיסטעמען, געגנט נאך געגנט און גאס נאך גאס, אזוי אויך האט די ווילעדזש געלאזט דורכפירן א טייערע ליעק-דיטעקשאן און פריווענשאן סורוועי, ווי מען האט אריינגעלייגט קאמערעס אין די וואסער ליניעס צו אויסגעפונען ווי עס איז פארהאן שפאלטענעס אין די ליניעס, ספעציעל אין די גאר פארעלטערטע ווארלי הייטס אומגעגנט, ווי עס מאכט זיך די מערסטע וואסער מעין ברעיקס.

עס איז א פאזיטיווע אנטוויקלונג אז נאכן איבערגיין די נומערן פון די לעצטע יאר ׳24 למס׳ און נאכן עס צוגלייכן צו די נומערן פון די יאר בעפאר, ווי די ווילעדזש האט געהאט פארלוירן נאנט צו 20 פראצענט וואסער אויפן יאר, דורך שפאלטענעס אין די אלטע צוגאנגענע ליניעס און נאכן אינוועסטירן אסאך געלט צו פארבעסערן די אינפראסטרוקטור, זענען די פראצענטן אראפגעגאנגען מיט האלב, אבער עס איז נאכאלץ היפש ווייט פון א געוואונטשענעם מצב ווען דער ווילעדזש האט נאך אצינד א טעגליכע פארלוסט פון 10 פראצענט פון אלע וואסער וואס ווערן אויסגעשעפט פון די קוועלער און אריינגעברענגט טעגליך דורך די טאנקירן.

די ארבעט גייט ווייטער אן, ווי מען פאררעכט רער נאך רער, ליניע נאך ליניע, צו אראפברענגען די טעגליכע פארלוסט.

עס איז וויכטיג צו באטאנען, אז יעדע מוניציפאליטעט און אין יעדע וואסער סיסטעם, איז אייביג פארהאן א געוויסע פראצענט פון וואסער וואס איז נארמאל צו ווערן פארלוירן, דורך די נאטורליכע זעצונג פון די ערד ווען עס מאכט זיך דאדורך גאר קליינע שפאלטענעס אין די רערן, וואס עווענטועל -מיט די יארן- ווערן די שפאלטענעס גרעסער ביז עס קען פאראורזאכן א מעין ברעיק.

די ציהל פונעם ווילעדזש איז אראפצוברענגען דעם טעגליכן וואסער פארלוסט צום קומענדיגן יאר ביז אונטער 5 פראצענט.