אין די וואכן האט דער קאנגרעסמאן איינגעלאדנט די ווילעדזש בעאמטע צו געבן א גאר וויכטיגע אפדעיט איבער די גרענטס וואס דער קאנגרעסמאן האט זיך פארפליכטעט צו ברענגען לעצטע יאר, וואס ווי באקאנט האט דער קאנגרעסמאן שוין געהאט אפגעשטימט און אוועקגעשטעלט 2.4 מיליאן דאלער פאנדינג אינעם היי יעריגן פעדעראלן בודזשעט פאר פרישע סיידוואלקס אינעם ווילעדזש, אבער די פלענער זענען נישט צושטאנד געקומען אדאנק די אנגייענדע בודזשעט געפעכטן און דער לעצטיגער CR "קאנטיניואינג רעזאלוציע" וואס איז געווארן דורכגעפירט דעם פארגאנגענעם מאנאט אין וואשינגטאן, ווי מען האט ארויסגעשניטן פון דעם פעדעראלן בודזשעט פאנדס פאר פילע פראיעקטן בכדי אפצוהאלטן א גאווערנמענט שאטדאון.

די בודזשעט שניטן טוט אפעקטירן סיי רעפובליקאנער און סיי דעמאקראטישע קאנגרעסלייט ווען פילצאליגע און גרויסצוגיקע אינפראסטרוקטור און ספעציעלע פראיעקטן געספאנסערט דורך ביידע פארטייען זענען געלייגט געווארן אויף א האסטיגן אפשטעל איבערן גאנצן לאנד.

ביים זיצונג האט מען דיסקוסירט פארשידענע פראנטן און מעגליכקייטן וויאזוי צוריק צוברענגען די גרענט פאנדינג, ספעציעל נאכדעם וואס די אנגייענדע פעדעראלע בודזשעט רעזאלוציע אין וואשינגטאן איז אפגעשטימט אנצוגיין ביז סעפטעמבער, איז בעפאר דאן נישט פארהאן וואס פארצושלאגן אדער פלאנירן.

די קומענדיגע געלעגנהייט פאר גרענטס וועט זיין בעזהשי״ת אין דעם בודזשעט פון קומענדיגע יאר אויף וואס דער קאנגרעסמאן האט זיך פארפליכטעט ווי שטענדיג און שטייט גרייט אונז צו העלפן, זיכער צו מאכן אז אויף די קומענדיגע יאר, אין 2026 הבעל״ט וועט עס בעזהשי״ת יא קענען ווערן דורכגעפירט און אז די פאנדס זאלן טאקע אנקומען.

צו די זעלבע צייט, האט מען אויסגעשמועסט נאך אקטיווע גרענט אפליקאציעס וואס די ווילעדזש האט אצינד פאר וואסער און סוער אינפראסטרוקטור, וואס עס פארלאנגט זיך פאנדינג פון צענדליגער מיליאנען דאלער פאר די נייע וואסער קוועלער, טענק און סוער סיסטעמען און ליניעס, מען האט דורכגעטון מהלכים וויאזוי מען קען זיכער מאכן אז די ווילעדזש איז אויף א "פריאריטעט באזיס" איינמאל די פאנדינג איז אוועילעבל, נעמענדיג אין באטראכט דעם נאכגעלאזטן מצב פון די פארעלטערטע אינפראסטרוקטור אינערהאלב די ווארלי הייטס, קעפיטאל הילל און לעיק שאור געגנטער און דעם שפרודלדיגן וואוקס דאהי ברוך השם.

אזוי אויך איז געווארן אויסגעשמועסט געלעגנהייטן פאר גרענטס ווי דער קאנגרעסמאן קען זיין בייהילפיג אויף א סטעיט-לעוועל, צו ברענגען פאנדס דורך זיינע גאר גוטע קשרים מיט די לאקאלע און סטעיט אינסטאנצן אין ניו יארק סטעיט.

דער ווילעזדש זיצט נישט מיט קיין פארלייגטע הענט, און טראץ די פארנומענע ערב יום טוב טעג ארבעט מען ווייטער אויף אלע פראנטן אנצוגיין און אויפצוטאן לטובת הכלל.

מיר וועלן ווי שטענדיג האלטן דער עולם אינפארמירט מיט ווייטערדיגע אנטוויקלונגען.

לב מלכים ושרים ביד ד׳.