ווי דער עולם טוט מיטהאלטן מיט די כסדר׳דיגע שנייען און פראסטן אין די לעצטערע וואכן, איז דער פראיעקט עטוואס פארשפעטיגט, צוליב וואס די רוט 208 איז א סטעיט ראוד און מען ברויך נאכקומען אלע סטעיט רעגולאציעס און פארשריפטן פון קאמפרעסן און קאמפאקטן די ערד אונטער דעם נייעם לעין, ווי די ערד ברויך זיין העכער די געפרוירענע טעמפעראטור פאר עטליכע טעג בכדי אז אז עס זאל פולקאם אויסרינען פון די רעגנס און שנייען.
ביי די איצטיגע פאזע, נאך יעדע עטליכע פיס הייעך וואס ווערט קאמפרעסירט, קומט די די-או-טי אראפ און טוט דורכפירן soil testing זיכער צו מאכן אז די ערד איז קאמפאקטעד שטאנהאפטיג און וועט זיך האלטן פאר לאנגע יארן.
אצינד, צוליב די וועטערס, איז דער פראיעקט פארשפעטיגט מיט עטליכע וואכן, מיר וועלן האלטן דעם עולם אינפארמירט מיט ווייטערדיגע אפדעיטס.
שמועס