אין די איצטיגע טעג ווי מען האלט אינמיטן די איניציאטיוו פון גרינדן די נייע "פובליק סעיפטי" איינהייט אינעם ווילעדזש, האט די ווילעדזש באקומען אין די פארגאנגענע וואכן א נדבה פון דריי העכסט פארגעשריטענע און אויפגעריסטעטע אויטאס, וואס זאל שטיין צום דינסט פאר די פובליק סעיפטי.
די דריי עס. יו. ווי׳ס וועלן קומען אויסגעשטאטעט מיט אלע טעכנאלאגיע און מכשירים וואס פארלאנגט זיך צו קענען אנפירן א פובליק סעיפטי ווירטשאפט אינעם ווילעדזש, און צו קענען בעזהשי״ת פונקציאנירן דורכאויס אלע וועטערס, רעגן און שניי, היצן און קעלט, אן קיין אפהאלט.
די אויטאס זענען נתנדב געווארן בנדבת לבם דורך די חשוב׳ע נדבנים בוני העיר הרי הם הנקובים בשמותם מו״ה גדלי' ואחיו מו״ה יואל פעלדמאן ני״ו פון די ״מענפיעלד דעוועלאפערס״ פירמע, מו״ה אברהם שלמה האלפערט ני״ו ושתפו מו״ה יוסף פעלדמאן ני״ו פון די ״אנפיעלד בילדערס גרופע״ און הרבני הנגיד מו״ה יואל ובנו מו"ה משה שווארץ ני״ו פון ״מאקע דעוועלאפערס גרופע״.
די ציבור איז דאנקבאר פאר זייער גאר חשוב׳ע נדבה לטובת די סעיפטי און זיכערהייט פון די שטאטישע איינוואוינער.
די נדבה ברענגט נאכאמאל ארויס די מהלך פון "סמארט אינוועסטינג" ווען אזויווי ביי די פייער טראקס וואס קומען אצינד אן, איז אנשטאט וואס דער ווילעזדש זאל דאס איינקאסירן ביי די שטייער צאלער און עס זאל פאלן צו לאסט אויפן ציבור, מאנט מען דאס אפ פון די אינוועסטירער און בויער דאהי.
און דא איז טאקע דער פלאץ ארויסצוברענגען דעם הכרת הטוב פאר די אלע נדבנים וואס זענען אין די בחינה פון טרם יקראו הם עונים, און זיי שטייען גרייט צו יעדער צייט צו נעמען אנטייל און ארויסצוהעלפן בויען די שטאט און די נכסי ציבור.
תשואת חן להם ויתברכו ממעון הברכות בשפע ברכה והצלחה בכל מעשי ידיהם.
ואם ד' לא ישמר עיר שוא שקד שומר



שמועס