בעזהשי״ת מארגן ערב יום טוב און 12 אזייגער וועט די ווילעדזש סאניטאציע דעפארטמענט אויפבעזעמען אלע גאסן דורכאויס דעם גאנצן ווילעדזש.
דער ציבור ווערט געבעטן אז מען זאל ארייננעמען די גארבידזש קענס תיכף נאך די צופרי פיקאפ, און ווי אויך אז עס זאל זיך נישט געפונען קיין שום קארס געפארקט אויף די ראוד בכדי אז די גאסן זאלן קענען ווערן ציכטיג, ריין און זויבער לכבוד פסח.
א דאנק פאר אייער קאאפאראציע!
חג כשר ושמח ושמחת תמיד.
שבת שלום ומבורך!
שמועס