אינערליכע רעפּאָרטאַזשן פון שושן הבירה ווייסן צו פאַרציילן אַז ס'איז הימל און ערד אין שטאָט מיט דעם צווייטן גארביזש פּיקאָפּ אַלע דאָנערשטאָג, ווען רעשטלעך פון 'עמלק' רעזידענטן ברויזן מיט אייפער, קעגן דעם נייעם איינפיר וואָס איז הויפּטזעכליך געאייגנט צו אַקאָמאַדירן געברויכן פון אידישע פאַמיליעס אין שושן.
נאָכדעם וואָס דורכגעפאַלענע פּרואוון צו אָפּשטעלן דעם צווייטן פּיקאָפּ האָט געטאַפּט אַ וואַנט, און נאָכדעם וואָס די חשבונות פון אַלע עשרת אלפים כִּכַּר האָבן נישט געווירקט, ווייל די איינוואוינער באַגערן דאָס, איז עס געווען די העלדישע טאָכטער פון געשעצטן מיניסטער המן וואָס האָט אין שאַרפסטן אויסדרוק פון פּראָטעסט ארויסגעשליידערט אַ זאַק גארבידזש פון פענסטער אַרויס, צו צייגן אַ קלאָרן בילד וויאַזוי אַ שטאָט דארף ריכטיג אויסקוקן.
קוועלער אינערהאַלב די 'המן' געזעלשאַפט פאַרציילן איבער אַן אומפאָראויסגעזענע קאָמפּליקאַציע אין דעם גארבידזש אויסגיס וואָס האָט זיך נישט אַמבעסטן אויסגעלאָזט, אָבער זיי שטעלן קלאָר אַז דאָס איז בלויז דער אָנהויב פון דעם פּראָצעדור, אם מזרע היהודים נפל תפול לפניו.
אומאָפּהענגיגע און נישט בייעסד רעפּאָרטער אויפ'ן סצענע באַשולדיגן דעם "רואה ואינו נראה" מעיאָר פון שושן, אינאיינעם מיט זיינע שוואַרץ געקליידעטע געהילפן, פאַר'ן אַנאָנסירן אַ גרויסצוגיגע "והנחה למדינות עשה", מיט אַ דעקלעראַציע איבער באָלק גארבידזש פּיקאָפּ, גענצליך פריי פון אָפּצאָל, איין מאָל אַ וואָך – כַדָּת אֵין אֹנֵס. "דאָס איז אַ פרישע שטאַפּל אין אידישע טראָציגקייט", דרוקט זיך אויס אַן אַנאָנימער גרוי האריגער געוועזענער איינוואוינער וואָס האָט פאַרקויפט זיין ביידל פאר עשרת אלפים כִּכַּר אָבער שפּירט זיך נאָך באַקוועם צו העצן קעגן די אַקופּאַציע.
אַנדערע ווייסן צו באַריכטן איבער אָנגייענדע אקטיוועטעטן אין דעם אידישן קוואַרטל פון שושן: "מען האַקט און מען זעצט אויף אַלע זייטן, גרויסע טראָקס מאַרשירן אויף די גאַסן, ווען סינאַגאָגעס און פּובליקום געביידעס פאָרן אַרויף גבוה חמישים אמה, לייק נעווער בעפאָר". והעיר שושן צהלה ושמחה!
הִנֵּה בֵית הָמָן נָתַתִּי:
ראו מה בין לבין: אין אַ צייט וואָס דער אַלטער המן פאַרקויפט זיין וואוינאָרט מיט שאַנדע טוט דער אַמטירנדער מעיאר פון שושן פאַרקויפן רעזידענץ פאַר אידישע לערן שולע וואו מרדכי הצדיק וועט לערנען מיט די קליינע קינדער תורה און תפלה - אתי קומצא דידכי ודחי עשרת אלפים דידי!
וּמָרְדֳּכַי יוֹשֵׁב בְּשַׁעַר הַמֶּלֶךְ; המן'ס לאָקאלער "ווילעדזש האלל" וואו ס'איז אויסגעארבעט געווארן דער מייסטער פלאן צו פארטרייבן אידישע איינוואוינער, איז באזעצט דורך היימישע שושן'ער אידעלעך, "עם מרדכי" דעלעגאַטן וועלכע פאַרזיכערן לעשות כרצון איש ואיש, רצוי לרוב אחיו ודובר שלום לכל זרעו!
"פעיק ניוז" דרוקט אויס "פעיק" אינטערעסע, אויף אָפּוועזנהייט פון שושן מאיאָר; ווערט באַגאָסן מיט אַן ערליך פאַרדינטע קיתון של שופכין
וְאֶת דָּתֵי הַמֶּלֶךְ אֵינָם עֹשִׂים וְלַמֶּלֶךְ אֵין שֹׁוֶה לְהַנִּיחָם:
זרש מיט עשרת בני המן געקליידעט אין זשורנאַליסטישע מאַסקע פּרובירן געפינען מיסברויכן און פאַרלעצונגען, צו קענען אויספויקן לפני העמים והשרים פון גרעיטאר שושן הבירה; אָבער אָן קיין ערפאָלג, אַלעס קלאַפּט אַ מחי', זרש שפּרינגט פאר אַנטוישונג, ערהאַלט אומגערישטע אויסוואשונג צום פּינטל און א קבלת פנים פון ציגעלעך ביי א אידישן פאסטוך
זָכַר אֶת וַשְׁתִּי וְאֵת אֲשֶׁר עָשָׂתָה:
שושן'ער מעיאר וואָרטזאָגער אין אַנטוואָרט אויף אָנפראַגן: זיין עקסעלענץ איז אויף די גאַסן העלפנדיג דאָס פאָלק און נעמט קעיר פון ביזנעס, מחה תמחה - פאַרמעקט צוערשט קאָמענטאַרן דאַן קומט מיט געמאַכטע תמימות בעטן אן אוידיענץ, כולי האי ואולי
כאילו קיים שושן מלא:
שנה ראשונה יונגערמאַן פאלט אין חלשות נאכ׳ן איינהאלטן דעם אטעם ביז ״עשרת״ ווערט דערמינטערט אַדאַנק לאָקאַלע הצלה אין שושן המעטירה
לחיים! אַ גאַנץ יאָר פרייליך!
שמועס