בשעה טובה ומצלחת איז דעם פארגאנגענעם דינסטאג געעפנט געווארן די טויערן פון די אלעם-באקאנטן ישיבה וואס איז פקיע שמיה איבעראל בתורה ובעבודה, ישיבת תולדות צבי ד׳ספינקא אין א גליקליכע שעה, מיט׳ן רעכטע פיס.
גדיים נעשו תיישים, די ישיבה האט זיך אנגעהויבן די פארגאנגענע יאר במתי מעט מיט עטליכע צוואנציג תלמידים, און ברוך השם, גדלו והצליחו וגם עשו פרי, די ישיבה איז זיך הערליך צעוואקסן און טוט בליהען פי כמה, ווי מען האט אנגעהויבן דער נייעם היי-יעריגען ווינטער זמן מיט אריבער אכציג תלמידים בליעה"ר, וכה יתן השם וכה יוסיף, וואס דאס טוט דראסטיש פארמערן דער קול תורה בתמידות, וואס איז מוסיף והולך וגדל עד מאוד דאהי ביי אונז אין שטאט.
דער נייער בנין איז געווארן אהערגעשטעלט מבית ומבחוץ, מהודר ומפואר, געבויעט דורך די פיינסטע פאכלייט, וועלכע האבן אהערגעשטעלט דעם געביידע מיט א בליציגע שנעלקייט, מיט די נאנטע מיטארבעט, האנט ביי האנט און אקסל ביי אקסל, מיט די באהערדע פון דעם ווילעדזש, וועלכע האבן זיכער געמאכט אז די ישבה זאל זיך קענען עפענען אויף ראש חודש, צום נייע זמן.
ואכן הצליח השם דרכינו, פון ווען די ווילעדזש האט געגעבן דעם ענדגילטיגע פערמיט, ביז מען האט בשעה טובה געעפנט די ישיבה, האט גענומען בלויז זיבן טאג!
מען ברויך נאכאמאל אונטערשטרייכן, די כח הרבים דא אין שטאט, ווי ברוך השם מען האט זיך צוזאמגענומען, עס איז פארהאן אן אחדות און ברוך השם מען קען אויפטאן גדולות ונצורות להרחיב גבולי הקדושה בלי מצרים על כל צעד ושעל אנע שטרויכלונגען פאר יעדע קהילה מוסד און ישיבה.
ובשם השם נעשה ונצליח!

שמועס