נאך א יאר פון א געוואלדיגע סוקסעס מיט די ישיבה קטנה ד׳טאהש דאהי אין בלומינג גראוו, איז בשעה טובה ובהתייעצות פון כ"ק מרן אדמו״ר מ׳טאהש שליט"א די וואך באשטעטיגט געווארן צו גיין ווייטער מחיל אל חיל און אויף די קומענדיגע יאר שנת תשפ"ו וועט געעפנט ווערן די נייע ישיבה גדולה, תורת משולם פייש ד'טאהש אין בלומינג גראוו, ווי עס וועלן נתחנך ווערן די בחורים מופלגים בתורה ויראת שמים ובעבודת ה', וואס וועט הייבן דעם כח הרוחני אין שטאט, זייענדיג א זיכערע שמירה פאר די גאנצע שטאט ברוחניות ובגשמיות.

תורה מגינא ומצלא!