בעזרת השם יתברך, אין א פאזיטיווע שריט, האט דער טאון באורד אין שפיץ פון אונזער געטרייער טאון קאונסילמאן מו״ה אלימלך שמשון שווארץ ני״ו האנט ביי האנט מיט די יו. זשעי. סי. עסקנים אריינגעלייגט אימערמידליכע ארבעט במשך די פארגאנגענע חדשים צו שליסן א קאאליציע מיט די קאלעגע קאונסיללייט און מען האט באזייטיגט די ביז איצטיגע טאון פלעננער און די פירמע פאר וועם זי האט געארבעט, און אנשטאט אויפגענומען א פראפעסיאנאלע פלעננער האפנטליך מיט א קלארע וויזיע פאר דעם עתיד און מיט א גייסט זיך צוצושטעלן צו די געברויכן און פארלאנגען פון די קאמיוניטי און די קאנסטיטוענטן.
די ביז איצטיגע טאון פלעננער איז א טרויעריג באקאנטע אנטיסעמיטקע וואס האט אפן און אן בושה זיך ארויסגעשטעלט ביי יעדער געלעגנהייט בריש גלי אנטקעגן אידן און אידישע אינטערעסן. זי איז אייגנטליך געווען פון די אריגינעלע ארכיטעקטן פון דעם גראנדיעזן "פן ירבה סטראטעגיע" ביים גרינדן די ווילעזדש און סאוט בלומינג גראוו, און זי האט מיט אייפער אויפגעהעצט די מאסן אנטקעגן אחינו בני ישראל ביי די אלע פובליק הירינגס.
זי איז אויך געווען דער מייסטער און פראדוצירער פונעם שוין אצינד "געוועזענעם" ווילעזדש "זאונינג קאוד" מיט די פילע "אווערלעיס" און אנדערע דיסקרימינירנדע סעיפים, ווי אויך דאס ארויסנעמען די "הייזער אוו ווארשיפ" - ליין: בתי מדרשים - פון די ערלויבטע בנינים.
היגע איינוואוינער געדענקן צום גוטן ווען דער ערשטע שריט פון די איצטיגע ווילעזדש אדמיניסטראציע איז געווען איר צו באזייטיגן אום תשרי תש"פ.
פאר פארשטענדליכע סיבות איז זי אויך געווען דער פלעננער פאר די טאון, און עפעקטיוו אפגעשטעלט און פארשלעפט יעדע איינציגע היימישע פראיעקט וואס איז ארויפגעברענגט געווארן צום טאון פלענינג באורד, געוויסע פראיעקטן זענען שוין פארשלעפט דארטן פאר איבער זעקס יאר!
אצינד נאכדעם וואס זי איז בעזרת השם יתברך באזייטיגט געווארן זעט זיך שוין ברוך השם אן א באלדיגער שינוי לטובה ווען די ערשטע צוויי פראיעקטן -ביידע שוין יארן פארשלעפט- האבן זיך פאראויסגערוקט עטליכע שטאפלען זייט דעם פאריגן חודש און וועלן האפנטליך באקומען די לאנג ערווארטעטע אפראוועלס אין די קומענדיגע וואכן.
ווי שטענדיג, ברויכן מיר אונטערשטרייכן דאס וויכטיגקייט פון האבן א געטרייען פארטרעטער אינעם טאון אוו בלומינג גראוו, ווי אונזער געטרייער שליח ציבור מו״ה אלימלך שמשון שווארץ ני״ו טוט שטענדיג ארבעטן אויפצוטאן לטובת אחינו בני ישראל להרחיב גבולי הקדושה ולנצח על מלאכת בית השם.
ובשם ד' נעשה ונצליח!
שמועס