אין די איצטיגע מינוטן האט דער פלענינג באורד אפראווד די נייע שכונת צאנז זמיגראד, וואס געפונט זיך צווישן מענדזשין ראוד און פענסילוועניע עוועניו.

די שכונה פרעזענטירט א דעוועלאפמענט פון הערליכע דירות און ווי אויך א נייע בית המדרש פאר חסידי ומעריצי בית צאנז זמיגראד מיט א מאיעסטעטישע היכל פון 3500 סקווער פיס, צוגעשטעלט פולקאם מיט א מקוה, און פארקינג בהרחבה גדולה פאר די מתפללים.

אזוי אויך ווערט געבויעט א הערליכע דירה וואס וועט דינען אלס ביתו נאוה קודש פאר כ״ק מרן אדמו״ר מ׳צאנז זמיגראד שליט״א, וואס תושבי העיר האבן די זכיה אז ער איז קובע משכנו דאהי דורכאויס דעם יאר אויף שיינע שבתים, ימים טובים און יומא דפגרא און דורכאויס די זומער וואכן.

די יו. דזשעי. סי. עסקנים זענען געווען טעטיג, זיכער צו מאכן אז די שכונה קומט ארויס מיט די שענסטע פראכט און גלאנץ און האבן געארבעט האנט-ביי-האנט על כל צד ושעל אויף יעדע קליינע דעטאל, איבערצוגיין מיטן רבי'ן שליט״א זיכער צו מאכן אז די שכונה און דער ביהמ"ד שפאנט פאראויס ברוב פאר יופי לשם ולתפארת ולתהלה.

שמא קא גרים - אין די פארגאנגענע מאנאטן האט דער רבי שליט״א קורא שם געווען די נייע גאס, צו טראגן דעם נאמען "צאנז זמיגראד לעין" לשם ולזכר אבותיו ורבותיו זכותם יגן עלינו.

ויקרא שמו - כתי"ק פון רבי'ן שליט"א