יו.דזשעי.סי. פארטיילט 'צום עלפטן מאָל' אין אַ רייע ווערטפולע קיופּאַנס פאר צרכי יום טוב

מצות, גרעיפ זשוס, ציצית און נאך ווערטפולע פראדוקטן ווערט פאַרקויפט פאר שטוינענד ביליגע דיסקאַונט דורך פאראייניגטע כח השתדלנות והחסד

ס'איז שוין ווי אַ יערליכע ערשיינונג אַז צוזאַמען מיט'ן יום טוב פּורים, ערהאַלטן תושבי בלומינג גראָוו אין די פּאָסט קעסטלעך די גאָר ווערטפולע און פּראַקטישע קיופּאַנס, וואָס איז שוין אַצינד דאָס עלפטע מאָל ווען דאָס ווערט פאַרטיילט מיט אַזאַ ברייטהאַרציגקייט בעתו ובזמנו אין די יעצטיגע אנגעשטרענגטע ערבי פסחים.

מטעם די יו. דזשעי. סי. ווערט אַריינגעלייגט באַזונדערע באַמיאונגען צו אַהערשטעלן אַ ליסטע פון אַלע סאָרט געשעפטן, פּראָדוקטן און סערוויסעס אויף יום טוב, אלעס פאר די ביליגסטע הנחות און פרייזן וואס איז נישט דא צו באקומען אין ערגעץ, און דאָס ווערט טאַקע אַרויסגעשיקט נאָך איידער די שלושים יום קודם החג, נאָך איידער דעם יום טוב פּורים! ווען יעדער איז נאָך פאַרנומען מיט די משלוח מנות, איז שוין די יו. דזשעי. סי. גרייט צו העלפן יעדן תושב העיר, מיט די ווערטפולע קיופּאַנס אין אַלע געשעפטן וואָס ווערט באַנוצט אין די טעג.

מער פון אַלעם איז דער וועג וויאַזוי די קיופּאַנס ווערן געשאנקן. מיט אַזאַ דרך כבוד, מיט אַזאַ הצנע לכת, אַז מען דאַרף ניטאַמאָל גיין אָפּנעמען די קיופּאַנס, נאר דאָס ווערט אָפּגעשיקט צו יעדן אַהיים, און טאַקע גענוג צייטליך, אַז מ'זאָל קענען גוט אויסנוצן און געניסן פון די אַלע דיסקאַונטס.  אין בלומינג גראוו דאַרף מען נישט אויסשרייען אַז מען איז אַ נצרך צו באַקומען אַביסל הילף, פּונקט פאַרקערט, מען באַקומט די הילף נאָך איידער מען האָט בכלל געטראַכט פון די צרכי פּסח, טרם יקראו ואני אענה.

צום היי – יאָריגן ערבי פּסחים האָט די יו. דזשעי. סי. ווידעראמאל אָפּגעהאַלטן געוואָרן הערליכע "מצות סעיל", וואו ס'איז פאַרקויפט געוואָרן מצות פון "אלע קהלות מצה בעקערייען" פאר דעם שפּאָט ביליגן פּרייז פון 21 דאָלער אַ פונט!

 די מצות פאַרקויפונג איז דורכגעפירט געוואָרן מיט'ן העכסטן אָרדענונג און מיט אַ געניטן סדר, ווען ס'איז פאַקטיש פאַרקויפט געוואָרן אַזויפיל ווי פיר טויזנט פונט מצות פאר תושבי העיר! אַז מ'מאַכט דעם חשבון קומט דאָס אויס צו אַ סך הכל פון נאָנט צו 90 טויזנט דאָלער וואָס איז אָפּגעשפּארט געוואָרן פאַר אחבנ"י לכבוד יום טוב!

גאָר באַזונדער איז באַגריסט געוואָרן די סעיל פון ציצית, פלייש, פיש און 'גרעיפּ דזשוס' וואָס איז פאַרקויפט געוואָרן פאַר ריזיגע דיסקאַונטס מיט אַ געוואַלדיגע קאארדינאציע וויאזוי דער פראגראם איז איינגעשטעלט און דורכגעפירט געווארן, ווען יעדע דעטאל האט געקלאפט ווי א שווייצער זייגער, אנגעהויבן פון אריינגעבן די ארדערס ביז ווען די הונדערטער באַקסעס זענען פאַרטיילט געוואָרן, שיין סארטירט און אַהערגעשטעלט, צו פארזיכערן אז יעדע תושב העיר ערהאלט אלע זיינע פארלאנגען און געברויכן אויפ'ן בעסטן און מסודר'דיגסטן פארנעם. 

ווירקליך זענען בלומינג גראווער איינוואוינער מלא שבח ותהלה אויף די פארשטייער פון אונזער ציבור, די טייערע עסקני העיר וועלכע אינוועסטירן שטענדיג אזויפיל פון זייער צייט און הארעוואניע צו העלפן אידישע קינדער, און האבן באזונדער יעצט געהאט דעם ריכטיגן "קאפ אויפ'ן פלאץ" צו זיין בייהילפיג צו דער רעכטער האנט פון די תושבים וועלכע האבן אצינד גענאסן פון אזעלכע רחבות'דיגע הנחות און בענעפיטן, וואס ברענגט אריין אן אמת'ע שמחת יום טוב אין די שטובער.

גאר באזונדער ווערט אויסגעדרוקט א הארציגן דאנק פאר די וואויל – בארימטע משפּחת פאזן הנכבדה וועלכע זענען  בייהילפיג אין די הערליכע חלוקות, לע"נ אביהם הרה"ח רבי אברהם יעקב ב"ר פּנחס יודא ז"ל , געווידמעט פאר נויט -באדערפענדע פאמיליעס תושבי עירינו, ישלם ה' פעלם ותהי משכרתם שלמה מעם ה' אלקי ישראל.

ולכל בני ישראל הי' אור במושבותם!

כדאי הוא ר׳ שמעון - בכבודו ובעצמו בטירחא דגופא ערש״ק בחלוקת העיר