אין די לעצטע צוויי וואכן האט דער עולם געהאט גאר שוואכע סעלפאון סערוויס אדער קיין סערוויס בכלל, אויף די היגע זייט פונעם סקאנעמאנק מאונטען, דאס הייסט אין די ווילעדזש אוו סאוט בלומינג גראוו, עס האט ספעציעל אפעקטירט די וואס נוצן די ווערייזאן נעטווארק.
די ווילעדזש האט זיך פארבינדן מיט די הויכע אינסטאנצן פון ווערייזאן און אזוי אויך מיט אונזער פריינד סטעיט סענאטאר דזשעימס סקופיס, וואס דינט אויף די ניו יארק סטעיט סענאט קאמיטע אנבאלאנגט קאמיוניקאציע בנוגע דעם פראבלעם, ווי ווערייזאן האט געזאגט אז זיי זעהן נישט קיין שום מאלפונקציע, אבער האבן פארארדנט איבער דעם יעצטיגן וויקענד, א ריסעט פון די עקוויפמענט און סערווערס פון די קאמיוניקאציע טורעמס וואס טוען סערווירן די זייט פונעם בארג, ווי זיי זאגן אז דאס וועט פארבעסערן די סערוויס און לעזן דעם פראבלעם.
א גוטע וואך!
שמועס