די וואך האט די ווילעדזש רענאווירט די גאנצע לעיק שאור פאמפ-סטאנציע, סיי די פאמפס און סיי די האוזינג מיט די גאנצע פעסיליטי ארום, נאך וואס עס האט כסדר מאלפונקציאנירט אין די לעצטערע יארן, ווי עס האט זיך אפט געמאכט ליעקס און סוער בעקאפס, וואס האט געמאכט שאדן סיי פאר די ווילעדזש און סיי פאר די שכנים, איז נאכן לייגן א לאטע נאך א לאטע מיט די נאכאנאנדע פאררעכטונגען, האט די ווילעדזש אריינגעלייגט דעם פראיעקט אין דעם היי יעריגן בודזשעט דאס צו פולקאם ערזעצן, עס האט אפגעקאסט אן ערך פון צוויי הונדערט טויזנט דאלער.

די ארבעט איז שוין פארטיג און דער נייער סטעישאן איז אין קראפט בשטו״מ און בעזהשי״ת וועט דאס עלימינירן די כסדר׳דיגע פראבלעמען אין די געגנט.